Listen

Description

אַ מעלדונג פֿון אַרבערטער-רינג אין באָסטאָן:

טײַערע צוהערערס,

זײַט אַזוי גוט און קומט צום ערשטן ״קאַפֿע ייִדישקייט״, אַ נײַער ייִדישער קאַבאַרעט וואָס ברענגט צונויף אַ גרויסע גרופּע קינסטלערס פֿון דער באָסטאָנער סבֿיבֿה, צווישן זיי די באַרימטע שטערן פֿון דער ייִדישער מוזיק סצענע, ווי אַנטאָני מרדכי צבֿי ראָסעל, דזשודי ברעסלער, און שפּילערס פֿון

Ezekiel's Wheels Klezmer Band.

דערצו וועט מען האָבן אַ שיינע קאַוועהויז קאַפּעליע וואָס וועט שפּילן אַן אָפּקלײַב פֿון פֿריילעכע לידער און טאַנץ־מוזיק.

דער קאַבאַרעט קומט פֿאָר דעם 11טן דעצעמבער, 7 אַ זייגער, אין דער באָסטאָנער שיל, אָדער

Boston Synagogue

55 Martha Road

באָסטאָן

נאָך ווײַטערדיקע פּרטים קען מען זיך ווענדן צום וועבזײַטל פֿון אַרבערעטער-רינג:

circleboston.org -> programs -> Yiddishkayt -> Yiddish Events

Café Yiddishkayt

Wednesday, Dec. 11, 2019 7:00 pm

קומט זיך צוהערן, און ברענגט אײַערע טאַנץ־שיך!

Air Date: December 4, 2019